בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#52 - שובבי"ם פאר מיידלעך
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע, וואס האט שובבי"ם מיט מיידלעך? די הייליגע צדיקים האבן געזען און געוואוסט וואס טוט זיך אין די הויכע הימלען, ווען עס זענען די צייטן וואס מען קען זיך גרינגער דערנענטערן צום אייבערשטן און אפלאזן אלע נארישקייטן, זיי האבן אונז אנטפלעקט א גרויסע סוד, אז די זעקס וואכן פון פרשת שמות, וארא, בא, בשלח, יתרו און משפטים (און אין אן איבער-יאר נאך צוויי וואכן, תרומה און תצוה) - איז א צייט וואס מען קען גרינגערהייט ווערן נאנט צום אייבערשן און אלעס פאררעכטן.


דערפאר איז אין די צייט א פאסיגע געלעגנהייט פאר יעדן איינעם פון גרויס ביז קליין - צו זאגן תהלים, זאגן תהלים ברענגט צוריק דעם מענטש צום אייבערשטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו', ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהלים; ווייל באמת וויל יעדער איד זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, עס זענען דא מענטשן וואס האבן בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, און אפילו דער וואס האט שוין יא א התעוררות תשובה צו טון, ווייסט נישט וואס צו טון זוכה זיין צו תשובה, און אפילו דער מענטש וואס האט יא א התעוררות תשובה צו טון און ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער די חיזוק און עידוד אנצוגיין און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו'; זאגט דער רבי, אויב דער מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורכדעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


זאלסטו זאגן יעדן טאג קאפיטלעך תהלים און ביים זאגן די פסוקים זאלסטו אריינפלעכטן אייגענע לויב ווערטער און בקשות אין דיין שפראך, דאס וועט אייך ברענגען צו ווערן א צדיקת.


זעט צו פאלגן די בית פיגא טיטשערס און אויסהערן אלעס וואס זיי לערנען מיט ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#51 - צען קאפיטלעך תהילים - א פאנצער
שובבי"ם, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר זענען שוין אין די דריטע וואך פון די ימי השובבי"ם, יעצט איז די צייט צו פאררעכטן אלעס; זאג יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], די תיקון הכללי, דאס איז א תיקון פאר פגם הברית. און ווען דער הייליגער רבי האט מגלה געווען דעם תיקון הכללי האט דער רבי דערציילט א מעשה פון א פאנצער, אז ווען מען גייט אין מלחמה טוט מען זיך אן א פאנצער, דעמאלט אפילו מען שיסט אויפן מענטש טויטליכע פיילן גייט עס נישט אריין אינעם מענטש, נאר דער פאנצער באשיצט דעם מענטש, און די פיילן פאלן אראפ, און אפילו אין פאל דער פאנצער צעברעכט זיך און דער מענטש ווערט גע'הרג'עט - וועט ער אויך ווערן געראטעוועט וכו'.


אין דעם ליגט באהאלטן דער סוד פונעם תיקון הכללי, און יעדער איינער וואס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען - ווערט באשיצט מיט דעם אזוי ווי א פאנצער, די פיילן קענען נישט אנקומען צו אים צוליב דעם פאנצער; דאס הייסט אז אפילו דער מענטש האט געזינדיגט חס ושלום וועט עס נישט אריינגיין אין זיין נשמה, צוליב דעם פאנצער - דעם תיקון הכללי, און אפילו דער פאנצער צעברעכט זיך און דער מענטש ווערט גע'הרג'עט וועט ער אויך ווערן געראטעוועט וכו'; דאס הייסט אז דער תיקון הכללי איז אזוי גרויס אז עס וועט אים ראטעווען פון אן אייביגע מיתה, ער וועט נאכאמאל מגולגל ווערן וכו'.


דער רבי האט געזאגט מען זאל נישט מגלה זיין די גאנצע מעשה, אבער דער חלק פון די מעשה האט מוהרא"ש מגלה געווען, צו ווייזן דאס גרויסקייט פון פאלגן צדיקים (עיין ספר פעולת הצדיק, סימן תתצז).


טו נישט אויס דיין תפילין נאר נאכן זאגן די צען קאפיטלעך תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#50 - די ערשטע תיקון איז מקוה
מקוה, שובבי"ם, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי שטארק אין גיין יעדן טאג אין מקוה, יעצט אין די שובבי"ם טעג ווען מען קען פאררעכטן פגם הברית - דארף מען געדענקען אז דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): "די ערשטע תיקון איז מקוה"; ווייל דורך מקוה ווערט אלעס פארראכטן, און אפילו מען האט געזינדיגט אין פגם הברית רחמנא לצלן, דורך מקוה קען מען דאס מתקן זיין.


רבי נתן האט געזאגט, מען זעט ביי די מעשה ווען מען איז געקומען דערציילן פאר עזרא הסופר אז אידישע קינדער פאלן נעבעך אין עבירות, מען האט חתונה רחמנא לצלן מיט גוי'אישע ווייבער, האט עזרא אנגעהויבן שרייען צום אייבערשטן (עזרא ט, ו): "בֹּשְׁתִּי וְנִכְלַמְתִּי לְהָרִים אֱלֹקַי פָּנַי אֵלֶיךָ", איך שעם זיך פון דיר אייבערשטער, איך שעם זיך אויפצוהייבן מיין קאפ, און נאכדעם שטייט: "וַיַּעַן שְׁכַנְיָה בֶן יְחִיאֵל וְכוּ', אֲנַחְנוּ מָעַלְנוּ" וְכוּ', וְעַתָּה יֵשׁ מִקְוֶה לְיִשְׂרָאֵל", עס איז דא א וועג דאס צו פאררעכטן, און די פסוק כאפט אן א לשון פון מקוה, ער כאפט נישט אן א לשון יש עצה, יש דרך, יש ענין, נאר יש מקוה, צו ווייזן אז דורך מקוה קען מען אלעס פאררעכטן, 'יֵשׁ מִקְוֶה לְיִשְׂרָאֵל' דורך מקוה איז דא א האפענונג פאר יעדן אינעם אפילו מען איז דורכגעפאלן מיט די ערגסטע עבירות.


מוהרא"ש ברענגט אין די בריוו אז דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז ער איז צוגעקומען צו זיינע מדריגות ווייל ער איז געווען זייער נזהר צו גיין אין מקוה יעדן טאג. אזוי אויך איז באוואוסט וואס דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען - קען קיין שום אנדערע מצוה נישט צוברענגען".


כאפ אריין א בלאט גמרא; אין דיינע פארנומענע טעג, אין דיינע טויזנט זאכן וואס דו דארפסט ערלעדיגן - זאלסטו כאפן די הייליגע גמרא און גורס זיין די בלאט גמרא, מאך נישט חשבונות פון היינט, מארגן, נעכטן, איבער מארגן; מאך יעצט אויף די גמרא. דער רבי זאגט ווער עס לערנט גמרא טוט אים די בלאט באשיצן (ספורי מעשיות מעשה ז, מזבוב ועכביש).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.


 

#49 - ס'איז שובבי"ם, ווי הייבט מען אן?
דאווענען, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר זענען שוין אין די דריטע וואך פון שובבי"ם; מענטשן פרעגן: "וואס טוט מען? ווי הייבט מען אן?"


הייב אן מיט גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב מיט מנין, דאווענען מיט מנין רייניגט דעם מענטש אזוי ווי א קוואל וואס רייניגט טמא'נע מענטשן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות טז.): "אָמַר רַבִּי חָמָּא בֵּרַבִּי חֲנִינָא, לָמָּה נִסְמְכוּ אֹהָלִים לַנְּחָלִים וכו', לוֹמַר לָךְ, מַה נְּחָלִים מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִטֻּמְאָה לְטָהֳרָה, אַף אֹהָלִים מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִכַּף חוֹבָה לְכַף זְכוּת", פינקט אזוי ווי ווען א טמא'נער מענטש טובל'ט זיך אין טייך ווערט ער ריין, אזוי אויך ווען מען גייט אין שול דאווענען און לערנען – נעמט מען אראפ פון זיך אלע שלעכטס, און מתן שכרה בצדה, אויסער די תיקונים וואס מען איז זוכה דורך דאווענען מיט מנין, האט מען פרנסה; מוהרא"ש זאגט: "דאווענען מיט מנין ברענגט 'דבר שבמנין'" (פרנסה בשפע).


קום אין שול דאווענען די דריי תפילות, און אז דו האסט חשבונות מיט דעם און מיט יענעם - זאלסטו נאכאלץ קומען אין שול, מאך זיך איין חשבון 'איך קום אין שול צום אייבערשטן, איך האב נישט מיט קיינעם, איך דארף נישט קיינעם, איך קען נישט קיינעם, איך קום נאר צום אייבערשטן', און זיי מקפיד אויף דאווענען אין א סידור ווארט ביי ווארט פון אנהייב ביז די ענדע אן קיין חכמות, וועסטו ציען צו דיר די שכינה הקדושה, די השגחה, זאכן וועלן אנהייבן ווערן מסודר. ווייל די הייליגע חכמים זאגן (שם ו:): "כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת וְלֹא בָּא יוֹם אֶחָד הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְשָׁאֵיל בּוֹ", ווען א מענטש דאווענט יעדן טאג מיט מנין און איין טאג פארפעלט ער צו קומען אין שול פרעגט דער אייבערשטער אויף דעם מענטש "פארוואס ער איז נישט געקומען אין שול?" און דער אייבערשטער העלפט אים ער זאל ווייטער קענען קומען, ער נעמט אוועק פון דעם מענטש דער פראבלעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#48 - געבן שיעורים פאר אינגעלייט בימי השובבי"ם
כולל, הלכה, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד דער דיין שליט"א


איך וויל בעטן דעם דיין זאל געבן שיעורים פאר די אינגלייט, איבער פרישן די הלכות פון א אידישע שטוב, יעצט בימי השובבי"ם ווען אלע קהילות נעמען צאם די אינגעלייט און געבן זיי שיעורים צו קענען די הלכות, דאס איז תיקון השובבי"ם.


עס איז כדאי צו מאכן די שיעורים סיי אין שטעטל און סיי אין שטאט.


נעכטן בין איך געווען אין כולל, איך האב געמיינט אז דו וועסט דארט זיין, איך האב געגעבן א קליינעם שמועס פאר די כולל אינגעלייט. הכרת פניהם ענתה בם, מען זעט אויף זיי א שמחה און א ליכטיגקייט, מען זעט ווי זיי הארעווען אין לערנען, א גרויסן יישר כח.

#47 - מיט צדקה קען מען פאררעכטן
שמחה, צדקה, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, וויליאמסבורג


עס איז א גרויסע תיקון צו געבן צדקה בפרט פארן רבינ'ס זאך, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רסד), צדקה איז א תיקון הברית, מען לייגן צוריק די שפע צו די קדושה, דאס פאררעכט דאס וואס מען האט משפיע געווען למקום אחר חס ושלום; בפרט יעצט אין די שובבי"ם טעג, ווער עס העלפט געבן צדקה פאר די מוסד און פאר הדפסת ספרי רבינו – ווערט א זווג דקדושה, עס ווערט אלעס פארראכטן.


שטארק זיך צו זיין פרייליך, ווייל עס איז די גרעסטע און טייערסטע זאך; נישטא עפעס גרעסערס ווי זיין פרייליך, און מען זעט אז עס איז גרינגער פארן מענטש צו טון אלע שווערע עבודות, פאסטן וכדומה, ווי צו זיין פרייליך אז מען איז א איד, און מיט די מצוות וואס מען טוט, און אז מען קען רעדן צום אייבערשטן און מיטן רבי'ן.

#46 - זיך אליינס מתקן זיין, נישט יענעם
תפילות אויף אידיש, כיבוד אב ואם, מחלוקת, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיש זיך נישט אין קיין מחלוקת, שטיי ווייט פון מחלוקת, ספעציעל ווען עס זעט אויס פרום און ערליך; פון דעם זאלסטו אנטלויפן, נישט האבן קיין שייכות, ווייל דורך מחלוקת באצאלט מען זייער א טייערע פרייז.


אויך זאלסטו גיין צו דיינע עלטערן, דאס איז תיקון שובבי"ם, און שטיי אין דער זייט, הער אויס וואס זיי האבן דיר צו זאגן, טייל נישט איין וואס זיי זאלן טון, זיץ און הער אויס וואס זיי זאגן דיר, און אויב איז דא אין די משפחה חלוקי דעות זאלסטו חס ושלום נישט זיך מישן, נאר שטיי פון דער זייט.


אנא איך בעט דיר זוך נישט צו מתקן זיין קיינעם, פאררעכט נישט די וועלט, זוך נישט ביי אנדערע שלעכטס, מיר זענען געקומען אין היכל הקודש זיך אליינס מתקן זיין נישט יענעם מתקן זיין, אוי ווי ביטער עס איז אן א צדיק, מען איז פארנומען מיט יעדעמ'ס רוחניות אויסער זיך אליינס, און ווען מען קומט צום צדיק עפנט זיך די אויגן, מען הייבט אן זען די אייגענע שפלות, און מען זעט דאס גוטס ביי יעדן איינעם.


גיי התבודדות, וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער איך בין פארנומען מיט דעם און מיט יענעם, איך פריי זיך מיט די פראבלעמען וואס מען טרעפט ביי דעם און ביי יענעם, און ביי מיר אליינס איז דאך אזוי טינקל און שווארץ, איך דארף דאך אליינס תשובה טון אויף מיינע מעשים"; אזוי זאלסטו וויינען צום אייבערשטן.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור, איך וויל דו זאלסט קומען זיך אויפוועקן און אויפפרישן מיט די עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - עי איי, איז סכנת נפשות
עצתו אמונה, מורה דרך, שובבי"ם, עי איי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ניץ נישט די נייע טעכנעלאגיע פון עי איי, עס איז סכנת נפשות. פרעג נישט דיינע שאלות פון עי איי, איך ציטער וואס וועט זיין די ענדע, מען קען אראפפאלן אין מינות וכפירה רחמנא לצלן, מען קען אלעס פארלירן.


איינער זאגט מיר ער האט נישט קיין אנדערער וואס זאל אים ענטפערן זיינע ספיקות און שאלות, דער ראש ישיבה ענטפערט נישט, פרעגט ער עי איי; איך האב אים געזאגט ער זאל זיך אכטונג געבן און וויסן אז דאס איז פאר א ווערטל אויך נישט גוט, "כִּי רַבִּים חֲלָלִים הִפִּילָה, וַעֲצֻמִים כָּל הֲרֻגֶיהָ" (משלי ז, כו), ווייל אסאך זענען צוליב איר צעשלאגן געווארן און אסאך האט זי גע'הרג'עט.


אז דו וועסט זיך צו הערן צו די שיעורים און דו וועסט לערנען די וועכנטליכע ספר עצתו אמונה - וועסטו זיך קענען אן עצה געבן מיט דיר אליין, מיט דיין ווייב, מיט דיינע קינדער; וועסט האבן אזויפיל חיזוק אויף לערנען און דאווענען און שלום בית, און פארשטייט זיך אז דו וועסט פאלגן וואס מען רעדט ביי די שיעורים; דו וועסט זיך מאכן שיעורים אין לערנען מקרא, משנה, גמרא, הלכה, מדרש, וספרי רבינו, און דו וועסט גיין דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, און אהיים גיין צו דיין ווייב, רעדן שיין און איר העלפן מיט די קינדער - וועסטו זיך גאר שיין אן עצה געבן אין לעבן.


איך בעט דיר טייערער ברודער, הארציגער חבר, ניץ נישט די שעדליכע עפפ, פרעג נישט דיינע שאלות אפילו פאר זיך אונטערהאלטן, "כִּי נֹפֶת תִּטֹּפְנָה שִׂפְתֵי זָרָה" ווייל עס זעט אויס זיס די ווערטער פון אפיקורסות, עס ציט זייער שטארק, "וְחָלָק מִשֶּׁמֶן חִכָּהּ", עס איז אזוי געשמאק ווי גלאטע אויל, "וְאַחֲרִיתָהּ מָרָה כַלַּעֲנָה" אבער איר סוף איז זייער ביטער (שם ה, ג-ד); אזוי אויך זאלסטו נישט אהיים ברענגען דיין טעלעפאן, און אויך נישט אהיים ברענגען קיין שום כלי וואס מען קען קוקן אין דעם נייעס, קליפס, וכדומה; האלט דיין שטוב ריין.


אויך אין ארבעט, אין אפיס - זאלסטו זיך אכטונג געבן צו האבן א פילטער אויף אלעס וואס דו ניצט, ריר נישט אן קיין כלי אן קיין פילטער, דאס איז די בעסטע תיקון שובבי"ם, זיך מקבל זיין צו האבן ריינע אויגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#44 - זאלסט מער נישט בארגן קיין פרוטה פון א צווייטן
צדקה, חובות, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך נישט מער קיין חובות, און דיינע אלטע חובות זאלסטו צוביסלעך באצאלן, געענדיגט מיט בארגן. אז דו האסט נישט קיין געלט ווייטער אנצוגיין מיטן לעבן, זאלסטו בעטן מענטשן זאלן דיר העלפן, אבער חס ושלום נישט בארגן, דער רבי לאזט נישט בארגן קיין געלט, דער רבי לאזט נישט מאכן חובות; דער רבי זאגט (ספר המדות אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון זאל זיך היטן פון זיין א בעל חוב; ווייל אז מען האט חובות האט מען נישט קיין כלים, מען האט נישט קיין מוחין פאר עבודת השם.


יעצט אין די שובבי"ם טעג איז מסוגל צו פאררעכטן די ביטערע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וואס די עבירה מאכט ארעם און עס מאכט מען זאל זיין א בעל חוב. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיב): "הִנֵּה יֵשׁ עֲבֵרָה שֶׁעָנְשָׁהּ שֶׁל עֲבֵרָה הַהִיא שֶׁיְּהֵא בַּעַל חוֹב תָּמִיד", עס איז דא אן עבירה וואס ווארפט אריין דעם מענטש אין חובות; מוהרא"ש זאגט, דאס איז די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דאס מאכט דעם מענטש ארעם, ווייל אין דער זוהר הקדוש שטייט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט - וועט זיין אן ארעמאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז אויב מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארעמאן; זאלסטו זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, גיי אין א שטילע פלאץ און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין אויף די עבירה; דאס וויינען צום אייבערשטן מעקט אויס דעם פגם, און בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן זאלסט קענען באצאלן יעדע פרוטה וואס דו קומסט פאר מענטשן, דו זאלסט נישט אוועק גיין פון די וועלט מיט זיין שולדיג פאר א צווייטן א פרוטה און דארפן חס ושלום נאכאמאל מגולגל ווערן.


קענסט גיין נאך געלט, אבער נישט לעבן פון צדקה. גיי נאך געלט, צעטייל די געלט אין צוויי, האלב געב פאר צדקה (שענער און בעסער אז דו וועסט עס געבן פארן רבינ'ס זאך, צי הדפסה, צי פאר דעם רבינ'ס שול, מוסד), און האלב קענסטו נעמען פאר דיר פארן זיין א גבאי צדקה, און מיט דעם זאלסטו באצאלן דיינע חובות, אבער למען דיין טובה און דיין עתיד זאלסטו מער נישט בארגן קיין פרוטה פון א צווייטן, ווייל עס איז נישטא נאך אזא סכנה ווי חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#43 - זאגן תהלים און זאגן משניות
עבודת השם, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


וואס מאכסטו עפעס? וואס הערט זיך? איך האף צום אייבערשטן אז דו דערהאלסט זיך.


שרייב מיר פון דיין עבודת השם, פון דיינע שיעורים וואס דו לערנסט.


יעצט זענען מיר אין די טעג פון שובבי"ם, דארפן מיר עוסק זיין אין זאגן תהלים און זאגן משניות; דאס וועט אונז מאכן פאר ערליכע אידן.

#42 - א שבת מיט שמחה, מיט שלום און ליבשאפט
שמחה, שלום בית, שבת קודש, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ברענג אריין שבת מיט שלום און ליבשאפט, קריג זיך נישט מיט דיין ווייב, און אז זי קריגט זיך מיט דיר - זאלסטו נישט האלטן קיין רוגזה, זיי איר מוחל און זיי איר מפייס, ווייל פון מוהרא"ש האבן מיר פארשטאנען אז די זאך וואס עס ווערט אלץ אן אנגעצויגנקייט ערב שבת - דאס איז נישט קיין שכל'דיגע זאך, דאס איז פון די קליפות ומזיקים וואס קומען יעדן ערב שבת און מאכן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב. דער הייליגער חיד"א זאגט (ספר עבודת הקודש, מורה באצבע סימן ד, אות קמ), אז ערב שבת קומט דער שטן אין יעדע אידישע שטוב און מאכט עס זאל אויסברעכן א מחלוקה צווישן מאן און ווייב.


דערפאר בעט איך דיר זייער, נעם אויף דעם שבת מיט שמחה, מיט שלום און ליבשאפט, עס זאל דיר נישט אנגיין אז זאכן ווערן נישט געטון און אז די עסן איז נישט גרייט וכו' וכו', טרייב ארויס די קליפות פון שטוב, זיי ווילן דאך נאר איין זאך, עס זאל נישט זיין קיין שלום אין שטוב, זיי ציטערן פון ליבשאפט צווישן מאן און ווייב, ווייל ווען מאן און ווייב פארטראגן זיך און לעבן צוזאמען באהבה ושלום - דעמאלט האט ער נישט קיין שום שליטה אויף זיי, בפרט שבת קודש וואס איז די צייט פון לעבן אינאיינעם.


שבת זאלסטו זיין נאר פרייליך, דאס איז אונזער תיקון שובבי"ם, און אנטלויף פון די נערווען זאכן פון וכו' וכו'.


א פרייליכן שבת.

#41 - מיט הפצה וועסטו אלעס פאררעכטן
הפצה, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גיי הפצה, דאס איז דיין תיקון שובבי"ם, קיינער זאל דיר נישט זאגן נישט צו גיין הפצה, און אז דיין ווייב וויל נישט דו זאלסט עוסק זיין אין דעם - זאלסטו איר נישט בעטן קיין רשות. רעד נישט פון דעם, וואס פעלט אויס צו מאכן מחלוקת וכו'? טו וואס דו האסט צו טון, גיי הפצה אן דערציילן וכו', און אזוי אויך אז דיין משפחה זאגט עס פאסט נישט דו זאלסט עוסק זיין אין הפצה - זאלסטו נישט מאכן קיין מחלוקת, נאר זאג זיך אליינס: "טאקע, עס פאסט נישט צו זיין פארשמירט מיט פגמים", און טו וואס מוהרא"ש האט געטון, טו וואס מוהרנ"ת האט געטון; פון זיי האט מען אויך געלאכט און געשפעט, און וואס איז געבליבן פון די שפעטערס? גארנישט, און פון די צדיקים איז געבליבן א וועלט פון חיזוק.


יעצט שובבי"ם זאלסטו גיין הפצה, דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזִי", קום און זע, "כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


אויך זאלסטו געבן צדקה צו דרוקן די הייליגע ספרים, נעם א חלק אין דרוקן די קונטרסים און גליונות וואס זענען אזוי מחי' כלל ישראל. פאסטן קענען מיר נישט און דער רבי וויל נישט מיר זאלן פאסטן, דער רבי האט פאר אונז אנדערע סארט תיקונים, הפצה דאס איז מתקן די עבירות פון פגם הברית, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס דארף מתקן זיין די עבירות פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן און צו די תורה; עס איז נישטא קיין גרעסערע זאך וואס א מענטש קען טון צו פאררעכטן וואס ער האט פוגם געווען, ווי אז ער זאל עוסק זיין אין הפצה, און העלפן געבן צדקה צו קענען דרוקן ספרים, קונטרסים, גליונות און אזוי ווייטער מיט די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט, סידיס, יו עס בי, וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#40 - תורה שלעפט ארויס פון די ערגסטע פלעצער
לימוד התורה, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט אז מען איז אין די טעג פון שובבי"ם מען קען פאררעכטן אלעס, מען קען פאררעכטן אויך די עבירות וואס איז זייער שלעכט און זייער גרויס. דער אריז"ל זאגט (שער רוח הקודש, תיקון כז) אז די טעג זענען זייער מסוגל תשובה צו טון און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, אפילו ווען מען איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן.


זאלסטו זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, ווייל דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


מוהרא"ש זאגט (ספר שפת הנחל, תורה א): "וקבלה בידי אנ"ש", עס איז מקובל ביי אנשי שלומינו, "שהחוק קבוע הזה, לקבוע את עצמו ללמוד בכל יום כך וכך", אז ווען דער רבי האט געזאגט די שיחה פון זיך באשטימען יעדן טאג צו לערנען א באשטימטע שיעור, "שזה סובב על ח"י פרקים משניות בכל יום", אז דער רבי האט געמיינט דאס זאגן אכצן פרקים משניות, "אשר האמירה בעלמא מועילה מאד מאד", וואס אפילו נאר דאס זאגן איז אזוי הייליג אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון די בלאטע און פון די טומאה, און אפילו דער מענטש האט געזינדיגט אין פגם הברית און ער קען נישט ארויסגיין פון די שלעכטע געוואוינהייט, וועט ער פון דעם אויך פטור ווערן דורך לערנען תורה; אזוי ווי רבי נתן פארציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט געזאגט דעם שיחה, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן 'צי תורה קען העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?' האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס'"; אפילו אז א מענטש ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב ער וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#39 - נעמען יעדן טאג די מעדעצין פון הייליגן רבי'ן
תהלים, תשובה, אמונת חכמים, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך איך בין צוריק געקומען פון ארץ ישראל, עס איז געווען זייער געשמאק צו זיין מיט אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די אוצרות וואס מיר האבן פון הייליגן רבי'ן.


איך וויל דיך מחזק זיין, היות מיר זענען היינט אריין אין די ימי השובבי"ם, דער אריז"ל זאגט (שער רוח הקודש, תיקון כז) אז די טעג זענען זייער מסוגל תשובה צו טון און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, אפילו ווען מען איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; זאלסטו זאגן יעדן טאג תהלים, רבי נתן פלעגט אין די טעג פון שובבי"ם זאגן יעדן טאג צוויי מאל דעם יום תהלים, ווייל תהלים איז מסוגל פאר תשובה.


שבת אין ישיבה איז געווען זייער שיין, מען האט גערעדט פון רבי'ן. ביי שלש סעודות האבן מיר געלערנט די תורה וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג), ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון זאל זאגן תהלים, דער רבי זאגט אז יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה; ערשטנ'ס, נישט אלץ האט מען א געפיל פאר תשובה, צווייטנ'ס אפילו מען האט די געפיל ווייסט מען נישט וואס צו טון מיט די געפיל, און אז מען ווייסט שוין יא, דארף מען אסאך חיזוק נישט אויפצוגעבן ווען מען זעט ווי עס גייט אריבער אזויפיל צייט וואס מען וויל זיין אן ערליכער איד און מען טוט תשובה און מען האלט אין איין צוריק פאלן, אבער דורך זאגן תהלים, איז מען זוכה סיי צו באקומען די געפיל און וויסן וואס מען האט צוטון, און אויך צו האבן די שטארקקייט נישט צוריק צו פאלן.


מיר האבן גערעדט שבת אז מען דארף האבן אמונת חכמים, טון וואס דער רבי זאגט, נישט ווארטן אויף קיין געפיל; אזוי ווי ווען מען גייט צום דאקטער און ער געבט א מעדעצין מען זאל דאס נעמען יעדן טאג, וועט מען דאס טון, אפגעזען אויב מען האט יא א געפיל אדער נישט, און אזוי אויך צי מען פארשטייט אדער מען פארשטייט נישט, מען וועט טון וואס דער רופא זאגט, איז דאך זיכער ווען דער רבי זאגט אונז ווי אזוי מיר וועלן זוכה זיין צו תשובה דארף מען האבן אמונה און טון די עצות, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו תשובה שלימה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#38 - ארויספארן פארטיילן די הייליגע ספרים פון רבי'ן
הפצה, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר פרעגן, אפשר קענסטו מאכן א חברת מפיצים וואס פארן ארויס פון שטעטל בחברותא קיין מאנסי און צו אנדערע געגנטער וואו אידן וואוינען – פארטיילן די הייליגע ספרים פון רבי'ן, בפרט אין די קומענדיגע זעקס וואכן, אין די ימי השובבי"ם ווען מען קען מתקן זיין חטאים וואס א גאנץ יאר איז דאס שווער. דער הייליגער אריז"ל (שער רוח הקודש, תיקון כז), האט מגלה געווען אז אין די זעקס וואכן פון שובבי"ם, און אין אן איבער-יאר איז דאס אכט וואכן – קען מען פאררעכטן דעם חטא פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, און אזוי אויך אלע סארט פגמי הברית רחמנא לצלן, נדה רחמנא לצלן, נשג"ז רחמנא לצלן, און דער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תִּיקוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָלָה שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחְזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל מתקן זיין די עבירה זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן; זאלסטו צוויי מאל א וואך ארויספארן פון שטעטל מיט אינגעלייט און בחורים און גיין אויף די שטיבער, קלאפ אין די הייזער, טייל אויס די זיסע ליכטיגע ספרים און קונטרסים וואס היילן די בת מלך, וועסטו אליינס ווערן געהיילט.


איך בין אויפן וועג קיין ארץ ישראל, איך בין געפארן מחזק זיין אנשי שלומינו און אויך צו מתפלל זיין, איך וועל בעטן פאר דיר און דיין ווייב.

#37 - לערנען יעדן טאג פון שובבי"ם גאנץ מסכת תענית
בחור, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין ליבער זון... נרו יאיר


איך און מאמי זענען זייער צופרידן פון דיר, פון דיין התנהגות, פון דיין יראת שמים און דיינע מידות טובות. באזונדער זענען מיר איבערגענומען פון דעם וואס דו האסט איבערגענומען די שטוב שבת פרשת וישב ווען איך האב געדארפט זיין אין שפיטאל מיט מאמי מיט עמרם, דו האסט גענומען די קינדער אין שול און געמאכט א שיינע שבת'דיגע סעודה, מיט אחריות, ווי איינער וואס איז אסאך עלטער.


איך וויל דיך מחזק זיין, נאך א וואך גייען מיר אריין אין די ימי השובבי"ם, דער אריז"ל האט אונז אנטפלעקט גרויסע סודות, אז ספעציעל זענען די וואכן מסוגל צו קענען פאררעכטן אלעס וואס מען דארף פאררעכטן, און מוהרא"ש האט געזאגט אין ישיבה אז מען זאל לערנען די פערציג טעג פון שובבי"ם יעדן טאג מסכת תענית. מוהרא"ש האט געזאגט אז דאס איז מסוגל פאר א שידוך; איז כדאי דו זאלסט טון די סגולה פאר א שידוך און פאר תיקון המעשים.


עס איז גרינגער אז מען טוט דאס פארטאגס; זאלסטו זיך מסדר זיין אויפצושטיין יעדן אינדערפרי ענדיגן מסכת תענית, עס נעמט נישט לאנג, עס נעמט צוויי אדער דריי שעה.


דאס איז אויסער די שיעורים קבועים פון א גאנץ יאר, אין מקרא, משנה – ח"י פרקים, גמרא, מדרש, הלכה וכו'.

#36 - שבת שירה איז מסוגל פאר פרנסה און פאר אלע ישועות
פרנסה, שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שבת שירה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בשלח-שירה, שובבי"ם, ט' שבט, שנת תשפ"ה לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת שירה איז מסוגל פאר פרנסה און פאר אלע ישועות. זאלסט זיך איבערבעטן מיט דיין ווייב, ווייל פרנסה קען מען נאר האבן אויב מען איז בשלום און מען איז מכבד די ווייב. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סט), עשירות און פרנסה איז בזכות די ווייב.


ניץ אויס דעם שבת מיט תפילה והתבודדות. ווען דו גייסט צום שול און דו קומסט אהיים פון שול זאלסטו נישט רעדן קיין נארישקייטן, ניץ אויס די צייט פאר תפילות און התבודדות, אויך זאלסטו שמועסן מיט דיינע קינדער פון אמונה און פון שמחה.


די קומענדיגע וואך דאנערשטאג איז חמשה עשר בשבט, ראש השנה פאר די ביימער. מיר דארפן זיך לערנען, ווי אזוי ווערט א בוים? מען נעמט א קליינעם קערל און מען לייגט דאס אין דער ערד, דער קערל ווערט פארפוילט און צוביסליך קומען ארויס פון איר ווארצלען ביז עס ווערט א גרויסער בוים, אזוי אויך ווען מען געדענקט אז (בראשית ג, יט): "כִּי עָפָר אַתָּה וְאֶל עָפָר תָּשׁוּב", מען קומט פון די ערד און מען וועט באלד דארפן צוריק גיין צו די ערד, מען איז בטל ומבוטל צום אייבערשטן, מען גרויסט זיך נישט, מען שפירט זיך ווי א קליינע קערל וואס איז באדעקט מיט זאמד, מען איז א שכן לעפר בחיים - איז מען זוכה אז מען וואקסט א גרויסע בוים, מען ווערט א גרויסער צדיק.


מיטוואך נאכט זאלסטו מאכן א סעודה אין שטוב מיט דיין משפחה, דיינע קינדער וועלן דאס געדענקען אויף זייער גאנץ לעבן. זאלסט מאכן א פרייליכע סעודה, ווייז זיי די וואונדער פונעם אייבערשטן; אזוי סאך פרוכט, אלע סארט, יעדע פרי זעט אויס אנדערש, יעדע פרי האט א באזונדער טעם, די וואונדער פונעם אייבערשטן.


אויך איז חמשה עשר בשבט די געבורטס טאג פון מוהרנ"ת זכותו יגן עלינו, מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף די צדיקים וואס האלטן אונז ביים לעבן, לאזן אונז נישט פאלן.


מיר פירן זיך היינט ערב שבת בשלח צו לייגן ברעקלעך פאר די פייגלעך, מען רעדט פון דעם, מען מאכט מיט די קינדער אן עסק, מען לערנט זיי ווי אין אלע דורות קומען די לצים און שפעטן פון די צדיקים. משה רבינו זאגט אז דער אייבערשטרע זאגט עס וועט נישט פאלן קיין מן שבת, קומען די לצים דתן ואבירם און שפרייטן אויס ברעקלעך, זיי ווילן מען זאל זען אז משה רבינו ווייסט נישט, למעשה זענען די פייגלעך געקומען און דאס אלעס אויפגעגעסן, אלס זכר לייגט מען ברקעלעך צו לערנען די קינדער זיך אכטונג געבן פון לצים וואס לאכן און שפעטן פון צדיקי אמת.


א פרייליכן שבת.

#35 - זאג משניות און גמרא מיט עקשנות
משניות, גמרא, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שובבי"ם איז א צייט וואס מען מען קען אלעס פאררעכטן, דער רבי האט אונז געזאגט נישט עוסק זיין אין תעניתים און סיגופים, דער רבי האט אונז געגעבן אנדערע עבודות; לערנען און דאווענען, און זיין פרייליך א גאנצן טאג.


זיי זיך קובע א שיעור אין לערנען משניות, אין אנהויב וועט דיר זיין שווער צו פארשטיין, זאלסטו זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין. זאג משניות א פרק נאך א פרק, מי יתן אז דו וועסט קענען זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, דאס איז מטהר ומזכך די נשמה פון אלע פלעקן. מוהרא"ש זאגט משניות איז אזוי ווי סטי"ל ווא"ל וואס נעמט אראפ אלע שמוץ פון כלים, אזוי אויך משניות, עס נעמט אראפ אלע שמוץ פון די נשמה. אפילו ווער עס איז נעבעך געפאלן אין שאול תחתית, ער זינדיגט אין עבירות, אין פגם הברית, אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג משניות בעקשנות, ער וועט זאגן יעדן טאג כמה פרקים משניות - וועט ער אלעס מתקן זיין. דער הייליגער רבי זאגט, (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס, און רבי נתן דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט דאס געזאגט, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס'"; און אפילו אז א מענטש ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב ער וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' - וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


אויך זאלסטו לערנען גמרא בגירסא. זאג גמרא, אין אנהויב זאלסטו נאר זאגן גמרא, א בלאט נאך א בלאט. מוהרא"ש זאגט, די הייליגע חכמים זאגן (שבת קו:): "גְּמָרָא גְמוֹר זְמוֹרְתָּא תְּהֵא", זאגן צדיקים אויף דעם, דאס איז א לשון פון "לְ'זַמֵּר' אֵת כָּל הֱעָרִיצִים וּלְהַכְרִית אֵת כָּל הַקּוֹצִים", דאס שניידט אוועק אלע שלעכטס. גמרא פארברענט אלע קליפות, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית'", תלמוד באטרעפט אזוי ווי די קליפה וואס ווארפט אראפ דעם מענטש אין פגם הברית רחמנא לצלן, תלמו"ד באטרעפט פיר הונדערט אכציג, און די קליפה לילי"ת באטרעפט אויך פיר הונדערט אכציג, "עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה.


איך האב נאך אסאך דיר צו שרייבן, איך דארף גיין צו די בחורים, זיי דארפן אסאך חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - א מענטש שטארבט פון ליידיג גיין
תפילות אויף אידיש, קאמפיוטער, היטן די צייט, שובבי"ם, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בשלח, ה' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די ערגסטע זאך איז גיין ליידיג. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "בטלה מביאה לידי זימה", גיין ליידיג ברענגט צו טון עבירות רחמנא לצלן; דער וואס גייט ליידיג - דער קומט צו ניאוף, מען קומט אן צו קוקן שמוץ, מען זיצט שעות אויף שעות ביים כישוף מאכער (קאמפיוטער), מען קוקט אלע שמוץ פון די וועלט, ביז מען פאלט אין פגם הברית, מען קומט צו די ביטערע עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וואס די עבירה מאכט מען זאל ווערן דערביטערט און דעפרעסט, ביז מען טראכט מחשבות פון ענדיגן די לעבן, מען זוכט סם, מען נעמט דראגס, מען טרינקט אלקאהאל.


איך בעט דיר זייער, יעצט אין די טעג פון שובבי"ם, ווען מיר פאררעכטן אלעס - זאלסטו זיך מער נישט דרייען ליידיג. די ערשטע זאך זאלסטו קומען דאווענען אין שול די דריי תפילות, דאווען נישט אין אפיס, דאווען אין שול מיט מנין, און מאך דיר א שיעור צו לערנען חומש, משניות, גמרא, הלכה, מיט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים.


זוך עפעס אן ארבעט, נעם די ערשטע ארבעט וואס מען טראגט דיר אן, מאך נישט קיין נארישע חשבונות, ווייל גיין ליידיג איז די ערגסטע זאך.


מוהרא"ש ברענגט א פחד פון א ווארט פון חז"ל, (אבות דרבי נתן, פרק יא): "אין אדם מת אלא מתוך בטלה", א מענטש שטארבט פון ליידיג גיין; זאלסטו נישט זיצן ביים כישוף מאכער (קאמפיוטער), נאר עפעס טון; גיי הפצה, עפעס טו.


גיי א שפאציר מיטן אייבערשטן, זאג אים א ווארט, זאג אפאר ווערטער, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, זאג אים: "רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך האלט אין איין פאלן אין עבירות, איך האלט אין איין טון נארישקייטן, וואס וועט זיין מיט מיר? ווי אזוי קען איך שוין אפלאזן די שלעכטע וועג און צוריק קומען צו דיר, טון נאר גוטס?"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - זיי נישט אזוי באבלאזן
שמחה, שלום, חסד, סיפורי צדיקים, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בשלח, ד' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז די יארצייט פונעם גרויסן צדיק רבי משה לייב סאסובער זכותו יגן עלינו, ער האט געזאגט פאר זיין פטירה אז ער וועט נישט אריינגיין אין גן עדן נאר אויב ער וועט קענען אויסקערן די גיהנום פון אלע נשמות, און צדיקים האבן דערציילט אז אזוי איז געווען, און אויך איז שוין אזוי געבליבן, אז יעדע יאר ד' שבט קערט דער צדיק אויס דעם גיהנום.


מוהרא"ש דערציילט, דער צדיק האט געהאט א הייליגע מנהג, יעדן טאג נאכן דאווענען אויפן וועג אהיים איז ער אריבער ביי די שטיבער פון די צעבראכענע מענטשן, יתומים און אלמנות, און זיי געגריסט 'גוט מארגן' מיט א שמייכל; אלע האבן שוין אפגעווארט, אלע זענען געזעצן ביי די טרעפ פון די שטיבער און געווארט אויף די ווארעמע 'גוט מארגן', זיי האבן געשפירט אזוי גוט מיט דעם, זיי האבן געשפירט ממש ווי דער צדיק איז זייער טאטע.


אזוי אויך זאלסטו טון, דארפסט נישט אריבער גיין אלע גאסן וכו', אבער דארט וואו דו גייסט סיי ווי, גייסט ארויס פון שול נאכן דאווענען, זאלסטו נישט זיין אזוי באבלאזן און אריבערגיין מענטשן אן גריסן, אן שמייכלען, גרוס יעדן איינעם מיט א גרויסע שמייכל, מען קען זיך איינקויפן עולם הבא מיט איין שמייכל, מיט א גוט ווארט.


ווער רעדט נאך אין שטוב, דיין ווייב און דיינע קינדער; זאלסט זיי גריסן און שמייכלען און געבן גוטע ווערטער, דאס איז אזא הייליגע זאך, פרייליך מאכן די ווייב און קינדער, עס איז אזוי גרויס, בפרט יעצט אין די טעג פון שובבי"ם ווען מיר פאררעכטן אלעס וואס מען דארף פאררעכטן - קען מען אלעס פאררעכטן מיט פרייליך מאכן א צווייטן איד, פרייליך מאכן די ווייב און קינדער.


טו א טובה מיט א צווייטן, געב א האנט פאר א צווייטן איד, די וועלט שטייט דאך נאר אויף חסד, די וועלט איז באשאפן געווארן צוליב וואס מען וועט טון חסד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה ח, ה), איידער דער אייבערשטער האט באשאפן אדם הראשון האט ער געפרעגט די מלאכים אויב מען זאל באשאפן דעם מענטש, זענען געקומען גרופעס גרופעס מלאכים, איין גרופע האט געזאגט יא, איין גרופע האט געזאגט ניין, "חֶסֶד אוֹמֵר יִבָּרֵא, שֶׁהוּא גּוֹמֵל חֲסָדִים", חסד האט געזאגט מען זאל באשאפן דעם מענטש ווייל ער גייט טון חסד; דאס איז תיקון שובבי"ם, אז מען העלפט אנדערע, און דאס זאלסטו אויסלערנען דיינע קינדער, טון חסד מיט אנדערע קינדער, קיינמאל נישט זאגן ניין פאר א צווייטן איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - א גוט ווארט און א שמייכל איז אנשטעקיג
שמחה, חסד, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שמייכל פאר א צווייטע איד איז אויך א תיקון שובבי"ם; מאכן פרייליך א איד, געבן א גוט ווארט פאר א צווייטן. מיט איין גוט ווארט, מיט איין שמייכל - קען מען מחי' זיין די גאנצע וועלט; עס איז אנשטעקיג, עס פארט ארום די גאנצע שטעטל; דו געבסט א גוט ווארט אין שול פאר דיין חבר, דיין חבר גייט ארויס, ער טרעפט זיין חבר און געבט אים אויך א שמייכל, יענער איז אנגעזעצט, ער גייט יעצט אהיים און ער ווערט פרייליך, ער זאגט א גוט מארגן פאר די ווייב מיט א גרויסע שמייכל, זי ווערט פרייליך, זי איז א טיטשער, זי גייט אריין אין כיתה און זי מאכט פרייליך אלע קינדער און אלע טיטשערס, אלע טיטשערס גייען יעצט ארויס ביי הפסקה און שיקן א שיינע מעסעדזש דעם מאן, די מענער אינמיטן ארבעט ווייסן נישט וואס האט זיי באטראפן, אזעלכע שיינע ווערטער צו באקומען, זיי געבן איבער די אנשטעקעניש ווייטער, די גאנצע שטעטל איז פרייליך, מען ווייסט נישט ווער עס האט עס אנגעהויבן, ביז עס קומט צוריק צו דעם מענטש וואס איז שוין יעצט אינמיטן טאג אביסל טרויעריג, קומט איינער און מאכט אים פרייליך, וואס דאס קומט גאר פון אים אליין; וואס מען טוט פאר יענעם - טוט מען פאר זיך אליין.


ווער עס וויל וויסן וואס ער קען מיר העלפן - זאל דאס טון, געבן א שמייכל פאר א צווייטן, בפרט פאר אנשי שלומינו וואס אויף זיי גייט נאך מער איבער, בבחינת (סוכה נב.): "כָּל הַגָדוֹל מֵחֲבֵירוֹ יִצְרוֹ גָדוֹל הֵימֶנוּ".


מען זאל זיך גריסן איינער דעם צווייטן, איך וויל זייער מיר זאלן אלע זיין איין משפחה, אלע זאלן זיך גריסן, אלע זאלן זיך פרייליך מאכן. עס איז דאך אזא גרויסע מצוה צו שמייכלען צו א צווייטן, מען קען דאך יענעם מחי' מתים זיין. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מג): "עס זענען דא מענטשן וואס דרייען זיך ארום זייער צעבראכן פון די יסורים וואס זיי גייען אריבער און זיי קענען קיינעם נישט דערציילן וואס זיי ליידן. זיי וואלטן ווען געוואלט דערציילן פאר איינעם וואס זיי גייען אריבער, אבער זיי האבן נישט מיט וועמען צו שמועסן, און ווען זיי זעען א מענטש מיט א שמייכל, ווערן זיי אויפגעלעבט דורכדעם".


דער רבי ברענגט דארט אראפ די מעשה וואס די גמרא דערציילט (תענית כב.), רב ברוקא איז געגאנגען אויפן גאס און ער האט געטראפן אליהו הנביא, האט ער געבעטן פון אליהו הנביא ער זאל אים ווייזן ווער דא האט עולם הבא, האט אים אליהו הנביא געוויזן אויף צוויי מענטשן: "זיי זענען מענטשן וואס וועלן זוכה זיין צו עולם הבא", איז רב ברוקא געלאפן צו זיי און געפרעגט: "זאגט מיר, וואס טוט איר?" האבן זיי געזאגט: "מיר זענען בדחנים, ווען מיר זעען מענטשן קריגן זיך, גייען מיר צו צו זיי און מיר מאכן זיי פרייליך מיט אונזערע ווערטלעך, ביז זיי ווערן פרייליך און מאכן שלום", דערפאר האבן זיי זוכה געווען צו זיין בני עולם הבא; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון פרייליך מאכן א צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#31 - לכבוד שובבי"ם, געב א קוש די מזוזה
מזוזה, שובבי"ם, וידוי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, כ"ח טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גוטע קבלה לכבוד שובבי"ם; ווען מען גייט ארויס פון שטוב, ווען מען גייט אריבער א טיר מיט א מזוזה - צו געבן א קוש און זאגן אפאר ווערטער צום אייבערשטן, בעטן מען זאל אנקומען בשלום, און דאנקען ווען מען איז אנגעקומען. וואס ווייסט א מענטש וואו ער גייט יעצט? וואס וועט פאסירן? מען דארף שטענדיג האבן א שמירה עליונה.


דערצייל דעם אייבערשטן אלע דיינע עבירות, זיי זיך מתוודה אין דיין שפראך. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ד), ווען א מענטש זינדיגט - ווערן די עבירות אריינגעקריצט אין זיינע ביינער, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לב, כז): "וַתְּהִי עֲוֹנֹתָם עַל עַצְמוֹתָם", און דאס הרג'עט דעם מענטש, אזוי ווי עס שטייט (תהילים לד, כב): "תְּמוֹתֵת רָשָׁע רָעָה", די עבירות פונעם מענטש טוען אים הרג'ענען; מען ווערט זייער דעפרעסט, בפרט די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן מאכט דעפרעסט און צעבראכן. דער רבי זאגט (שם, סימן נ): "וְזֶה בְּחִינַת חוֹלַאַת שֶׁקּוֹרִין בְּרֶעכֶנִישׁ, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁשּׁוֹבֵר עֲצָמוֹת שֶׁל אָדָם", פון די עבירה קומט די מחלה וואס הייסט 'ברעכעניש', דער מענטש ווערט צעבראכן אויף שטיק שטיקלעך, און שפירט נישט קיין טעם אין זיין לעבן.


אבער ווען א מענטש איז זיך מתוודה פארן אייבערשטן, ער דערציילט פארן אייבערשטן יעדע זאך וואס ער האט געטון און ער בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים, דאן גייען ארויס אלע עבירות פון זיינע ביינער. דעריבער בעט איך דיר זייער, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס דו ביסט אריבער און וואס דו גייסט נאכאלץ אריבער, שעם זיך נישט פונעם אייבערשטן; דערצייל, שמועס אויס אלעס; וועט עס ארויסגיין פון דיינע ביינער, וועסט ווערן פרייליך און לעבעדיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - ווי אזוי רעדט מען צו קינדער פון קדושה?
קדושה, חינוך הילדים, הדרכות, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בא, כ"ז טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר שטייען יעצט אין די טעג פון שובבי"ם וואס איז מסוגל צו מתקן זיין פגם הברית. דארף מען די ערשטע זאך אכטונג געבן רעדן צו די קינדער פון קדושה, זיי זאלן וויסן אז מען טאר נישט אנרירן אות ברית קודש, זיי לערנען ווי אזוי מען באדט זיך, ווי אזוי מען נעמט א שויער און ווי אזוי מען גייט ארויס אין בית הכסא; דאס אלעס דארפן עלטערן אויסלערנען, אז מען טאר נישט אנרירן.


אויך דארף מען אנגרייטן די קינדער זיי זאלן זיך אכטונג געבן אויב איינער, א פרעמדער; א קינד, א בחור, אדער עלטערע - וויל אנרירן השם ישמרינו, אדער וויל מען זאל אים אנרירן השם ישמרינו; מען זאל וויסן ווי צו זיין באשיצט, מען זאל שרייען, מען זאל אנטלויפן און דערציילן.


זיכער די טעכטער דארף מען אויסלערנען צניעות, זיך אכטונג געבן אז קיינער זאל נישט שפילן מיטן קערפער, מיידלעך דארפן א שטארקע שמירה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יא, ה): "'וְיִשְׁמְרֶךָ' בְּבָנוֹת", א מיידל דארף א שטארקע שמירה; בפרט היינטיגע טעג איז דא אסאך פריצות, דארף מען אכטונג געבן אויף די קינדער, זיי אנזאגן זיי זאלן זיך אכטונג געבן פון מניוולים און משחיתים.


ווען מען רעדט צו די קינדער פון קדושה דארף דאס זיין בניחותא, נישט מיט איבערגעטריבענע שרעק, נאר קלאר, שטארק און שטרענג; מען דארף זיין איידל, מען דארף זיין ערליך, מען טאר נישט שפילן אזוי און אזוי, מען דארף היטן די אויגן, מען דארף היטן דעם דיבור וכו' וכו'.


האב נישט מורא צו זיין א גוטע שטרענגע טאטע, א ניין זאל זיין א ניין, און א יא זאל זיין א יא; זיי נישט קיין שוואכלינג און פויל, לאז זיך נישט פירן פון די קינדער. מיר וואוינען אין אמעריקע אבער מיר זענען נישט קיין אמעריקאנער, מיר זענען אידן, מיר טוען וואס די תורה זאגט, די תורה זאגט מען זאל לערנען די קינדער דרך ארץ, מען זאל זיי לערנען צו דאווענען און לערנען, מאכן ברכות וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - אויפברעכן די אייז אין הארץ, און זיך טובל'ן
שובבי"ם, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בא, כ"ו טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר זענען אין די דריטע וואך שובבי"ם, דער אריז"ל האט מגלה געווען וויפיל מען דארף פאסטן צו מתקן זיין די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, מיר האבן נישט קיין כוחות צו פאסטן, און אויך דער רבי האט אונז געזאגט נישט צו פאסטן, אונזער תיקון שובבי"ם איז קומען אין שול יעדן טאג דאווענען מיט מנין די דריי תפילות, דאס איז אונזער תיקון שובבי"ם, ווער רעדט נאך אז מען קען זיך טובל'ן; דאס איז אונזער תיקון שובבי"ם.


אמאל איז געווען די עבודות פון האקן אייז, ברעכן אייז - זיך צו טובל'ן; היינט איז אויך דא די שווערע עבודה, היינט איז די אייז אין הארץ, אין קאפ; מען איז קאלט, מען איז פויל, מען איז זייער באקוועם, און אז מען גייט אין מקוה, אין א הייסע מקוה, אפילו ווען די הארץ און די מח איז אייז קאלט, מען צעברעכט די אייז - דאס איז אונזער תיקון שובבי"ם.


ביים דאווענען זאלסטו זיך איבערדעקן מיטן טלית און זיך פארשטעלן ווי דו ביסט אין א ליידיגע פעלד אין א וואלד, ווייט אוועק פון מענטשן, דו האסט נאר דעם אייבערשטן, און רעד זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן. בעט אים פאר אלעס וואס דו גייסט אריבער, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס, זאלסט גארנישט באהאלטן פון אים, בעט זיך ביים אייבערשטן ער זאל דיך מקרב זיין צו אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - גיי הפצה
הפצה, הדפסה, שובבי"ם, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


גיי הפצה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן, היינטיגן דף, (סנהדרין לז:): "גלות מכפרת על הכל"; דאס איז הפצה, מען גייט ארום וואנדערן צוריק ברענגען פארבלאנזשטע נשמות.


וואס מיינסטו, וואס איז געווען די הייליגע עבודה פון די הייליגע ברידער רבי ר' אלימלך זכותו  יגן עלינו, מיט רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו ווען זיי זענען געגאנגען גלות ליידן? זיי האבן עוסק געווען בתיקון העולם, צוריק ברענגען אידישע נשמות צום אייבערשטן. אז מען האט פוגם געווען בברית, אין די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - דארף מען עוסק זיין אין צוריק ברענגען נשמות ישראל, אידישע קינדער - צום אייבערשטן.


יעצט שובבי"ם זאלסטו עפעס טון פאר הפצה, אויך זאלסטו געבן צדקה צו דרוקן די ספרים קונטרסים וואס איז מגלה דעם אייבערשטן; דאס איז אויך תיקון הברית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.